א קאפי וויל איך - נישטא קיין מילך - געפונען קוים א טראפ דאן איך באדויער - איך שפיר ס'איז זויער - איך ווארף אוועק די קאפ רויטע לעקטער, עס שיינט רעפלעקטאר, אין שפיגל איך זעה א פאליס ער הייסט שטיין בלייבן, א טיקעט שרייבן, ער מאכט זיך נאך שמייכלען זיס נאכדעם שוויצט מען, אין טרעפיק זיצט מען, מען פארט א לאנגע וועג די הייוועי איז ביזי, איך ווער שוין דיזי, גיט מען זיך א רעג לויפט צום רייע, עס איז שוין דרייע, ביים טיר פון באנק איך ווארט דער סופערווייזער, שרייט א בייזער, ס'איז לעיט! ס'איז צוגעשפארט